TY - BOOK A1 - Singer, Isaac Bashevis T1 - (תּאוות (דערצײלונג [Tayves] T1 - Passions N2 - װען אַ מענטש שפּאַרט זיך אײַ ן, קאָן ער אָפּטאָן זאַכן װאָס מ'מײנט אַז מ'קען זײ קײן מאָל נישט אױספֿירן – האָט זלמן גלעזער געזאָגט. – ַבײ אונדז אין ראַדאָשיץ איז געװען אַ פּראָסטער ייִ ד, אַ דאָרפֿסגײער, לײב בעלקעס. ער פֿלעגט אַרומגײן איבער די דערפֿער און אױפֿקױפֿן ַבײ די פּױערים אַ מעסטל קאַשע, אַ קראַנץ קנאָבל, אַ טאָפּ האָניק, אַ קנױל פֿלאַקס. ער האָט פֿאַרקױפֿט די פּױערטעס קאָפּטיכלעך, גלעזערנע פּערל, װאַסערלעך זיך צו באַשמעקן, אַלערלײ אָפּגעגילדטע שמאָכטעס. ַװײטער װי פֿינף װיאָרסט פֿון שטעטל איז ער קײן מאָל נישט אַװעק. די סחורה האָט ער באַצױגן דורך אַ שפּיליטער פֿון לובלין און דער אײגענער האָט אױפֿגעקױפֿט ַבײ אים װאָס ער האָט געהאַט צו פֿאַרקױפֿן. דער לײב בעלקעס איז געװען אַ פּראָסטער ייִ ד, אָבער אַ פֿרומער. שבת האָט ער געלײענט דאָס טײַ טש-חומש װי אַ ייִ דענע. אַז אַ פּאַקנטרעגער איז געקומען קײן ראַדאָשיץ, האָט ער גענומען ַבײ אים אױסצולײענען אַלע ספֿרימלעך אױף עבֿרי-טײַ טש. צום מערסטן האָט ער ליב געהאַט צו לײענען װעגן ארץ-ישׂראל. ער פֿלעגט טײל מאָל רעדן מיט אונדז חדר-ייִ נגלעך און פֿרעגן׃ װאָס איז טיפֿער, דער ירדן אָדער דער ים-סוף? װאַקסן אין ארץ-ישׂראל עפּל? װאָס פֿאַר אַ לשון רעדן די דאָרטיקע גױים? מיר האָבן אױס אים געלאַכט. אױסגעזען האָט ער עפּעס טאַקע װי אַן ארץ-ישׂראלדיקער׃ שװאַרצע אױגן, אַ פּעך-שװאַרצע באָרד און ס'פּנים אױך עפּעס שװאַרצלעך. אײן מאָל אין יאָר פֿלעגט קומען קײן ראַדאָשיץ אַ שד"ר, אײנער פֿון די ספֿרדישע ייִ דן, אַ געבױרענער אין תּימן אָדער אין שושן-הבירה. געשיקט האָט מען אים פֿון ארץ-ישׂראל. און דער דאָזיקער שד"ר האָט אױסגעזען װי לײב בעלקעסעס אַ ברודער׃ אַזאַ באָרד, אַזױנע אױגן און אַזאַ שװאַרצקײט אין פּנים. אָנגעטאָן איז געװען דער שד"ר אין אַ 2 זשופּיצע מיט שװאַרצע און רױטע פּאַסן און אין סאַנדאַלן װאָס האָבן אױסגעזען װי חליצה-שיך. אַ היטל האָט ער געהאַט װי אַ טערק. ער האָט גערעדט לשון-קודש אָדער תּרגום-לשון. ייִ דיש האָט ער אױסגעלערנט, האָט ער געזאָגט, אין די שפּעטערדיקע יאָרן. ער איז אַרומגעגאַנגען פֿון שטוב צו שטוב און געעפֿנט די פּושקעלעך װוּ מ'האָט אַרײַ נגעלײגט די נדבֿות פֿאַר ר' מאיר בעל- הנס. דער לײב בעלקעס איז געװאָרן אַזױ פֿאַרקאָכט אין אים, אַז ער האָט אים אַרײַ נגענומען צו זיך אין שטוב און יענער האָט ַבײ אים געװױנט און געגעסן. װי לאַנג דער שד"ר האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין ראַדאָשיץ האָט לײב בעלקעס נישט געטאָן קײן שום מיסחר. ער האָט געהאַלטן יענעם אין אײן אױספֿרעגן׃ װי זעט אױס די מערת-המכפּלה? װײס מען װוּ ס'ליגט אַבֿרהם און װוּ שׂרה? איז דאָס אמת אַז די מאַמע רחל קומט אַרױס אין מיטן דער נאַכט פֿון קבֿר און װײנט אױף אירע קינדער? איך בין נאָך דאַמאָלסט געװען אַ ייִ נגל און איך בין אַלײן אױך נאָכגעלאָפֿן דעם שד"ר. װען האָט מען געזען אין ראַדאָשיץ אײנעם פֿון יענע מקומות? ... KW - Jiddische Klassiker Y1 - 2008 UR - http://publikationen.ub.uni-frankfurt.de/frontdoor/index/index/docId/10598 UR - https://nbn-resolving.org/urn:nbn:de:hebis:30-1118082 UR - http://yiddish.haifa.ac.il/PDF%20Stories/Tayves.pdf N1 - Erzählung in jiddischer Sprache N1 - Copyright © Israel Zamir SP - 1 EP - 18 PB - Univ. CY - Haifa, Israel ER -