Refine
Year of publication
- 2008 (262) (remove)
Document Type
- Book (262) (remove)
Language
- German (152)
- English (95)
- French (8)
- mis (3)
- Italian (1)
- Multiple languages (1)
- Portuguese (1)
- Yiddish (1)
Has Fulltext
- yes (262) (remove)
Is part of the Bibliography
- no (262) (remove)
Keywords
- NATURA 2000 (8)
- Bodensee-Gebiet (4)
- Geschichte (2)
- Jelinek, Elfriede (2)
- Karlsruhe (2)
- Kongress (2)
- Online-Publikation (2)
- Rheintal (2)
- 19. Jahrhundert (1)
- African National Congress (1)
Institute
- Präsidium (96)
- Erziehungswissenschaften (51)
- Neuere Philologien (11)
- Institut für Wirtschaft, Arbeit, und Kultur (IWAK) (10)
- Kulturwissenschaften (7)
- Extern (6)
- Geographie (5)
- Gesellschaftswissenschaften (5)
- Rechtswissenschaft (5)
- Sportwissenschaften (5)
100 Papers
(2008)
Liesl Jobson's collection is aptly termed 'flash fiction' or 'prose poems'. It comprises 100 short pieces that are beautifully impressionistic - the literary equivalent of a well-times photograph. Jobson was born in Durban, South Africa. Her poetry and prose has been published in journals and anthologies in South Africa and abroad. She won the People Opposing Women Abuse women's writing poetry competition in 2005. She as also awarded a community publishing project great from the Centre for the Book under the auspices of the National Library of South Africa in 2007. This is her debut collection which won the Ernst van Heerden creative writing award for 2006 from the University of the Witwatersrand. She is a freelance writer, photographer ad bassoonist.
(תּאוות (דערצײלונג [Tayves]
(2008)
װען אַ מענטש שפּאַרט זיך אײַ ן, קאָן ער אָפּטאָן זאַכן װאָס מ'מײנט אַז מ'קען זײ קײן מאָל נישט אױספֿירן – האָט זלמן גלעזער געזאָגט. – ַבײ אונדז אין ראַדאָשיץ איז געװען אַ פּראָסטער ייִ ד, אַ דאָרפֿסגײער, לײב בעלקעס. ער פֿלעגט אַרומגײן איבער די דערפֿער און אױפֿקױפֿן ַבײ די פּױערים אַ מעסטל קאַשע, אַ קראַנץ קנאָבל, אַ טאָפּ האָניק, אַ קנױל פֿלאַקס. ער האָט פֿאַרקױפֿט די פּױערטעס קאָפּטיכלעך, גלעזערנע פּערל, װאַסערלעך זיך צו באַשמעקן, אַלערלײ אָפּגעגילדטע שמאָכטעס. ַװײטער װי פֿינף װיאָרסט פֿון שטעטל איז ער קײן מאָל נישט אַװעק. די סחורה האָט ער באַצױגן דורך אַ שפּיליטער פֿון לובלין און דער אײגענער האָט אױפֿגעקױפֿט ַבײ אים װאָס ער האָט געהאַט צו פֿאַרקױפֿן. דער לײב בעלקעס איז געװען אַ פּראָסטער ייִ ד, אָבער אַ פֿרומער. שבת האָט ער געלײענט דאָס טײַ טש-חומש װי אַ ייִ דענע. אַז אַ פּאַקנטרעגער איז געקומען קײן ראַדאָשיץ, האָט ער גענומען ַבײ אים אױסצולײענען אַלע ספֿרימלעך אױף עבֿרי-טײַ טש. צום מערסטן האָט ער ליב געהאַט צו לײענען װעגן ארץ-ישׂראל. ער פֿלעגט טײל מאָל רעדן מיט אונדז חדר-ייִ נגלעך און פֿרעגן׃ װאָס איז טיפֿער, דער ירדן אָדער דער ים-סוף? װאַקסן אין ארץ-ישׂראל עפּל? װאָס פֿאַר אַ לשון רעדן די דאָרטיקע גױים? מיר האָבן אױס אים געלאַכט. אױסגעזען האָט ער עפּעס טאַקע װי אַן ארץ-ישׂראלדיקער׃ שװאַרצע אױגן, אַ פּעך-שװאַרצע באָרד און ס'פּנים אױך עפּעס שװאַרצלעך. אײן מאָל אין יאָר פֿלעגט קומען קײן ראַדאָשיץ אַ שד"ר, אײנער פֿון די ספֿרדישע ייִ דן, אַ געבױרענער אין תּימן אָדער אין שושן-הבירה. געשיקט האָט מען אים פֿון ארץ-ישׂראל. און דער דאָזיקער שד"ר האָט אױסגעזען װי לײב בעלקעסעס אַ ברודער׃ אַזאַ באָרד, אַזױנע אױגן און אַזאַ שװאַרצקײט אין פּנים. אָנגעטאָן איז געװען דער שד"ר אין אַ 2 זשופּיצע מיט שװאַרצע און רױטע פּאַסן און אין סאַנדאַלן װאָס האָבן אױסגעזען װי חליצה-שיך. אַ היטל האָט ער געהאַט װי אַ טערק. ער האָט גערעדט לשון-קודש אָדער תּרגום-לשון. ייִ דיש האָט ער אױסגעלערנט, האָט ער געזאָגט, אין די שפּעטערדיקע יאָרן. ער איז אַרומגעגאַנגען פֿון שטוב צו שטוב און געעפֿנט די פּושקעלעך װוּ מ'האָט אַרײַ נגעלײגט די נדבֿות פֿאַר ר' מאיר בעל- הנס. דער לײב בעלקעס איז געװאָרן אַזױ פֿאַרקאָכט אין אים, אַז ער האָט אים אַרײַ נגענומען צו זיך אין שטוב און יענער האָט ַבײ אים געװױנט און געגעסן. װי לאַנג דער שד"ר האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין ראַדאָשיץ האָט לײב בעלקעס נישט געטאָן קײן שום מיסחר. ער האָט געהאַלטן יענעם אין אײן אױספֿרעגן׃ װי זעט אױס די מערת-המכפּלה? װײס מען װוּ ס'ליגט אַבֿרהם און װוּ שׂרה? איז דאָס אמת אַז די מאַמע רחל קומט אַרױס אין מיטן דער נאַכט פֿון קבֿר און װײנט אױף אירע קינדער? איך בין נאָך דאַמאָלסט געװען אַ ייִ נגל און איך בין אַלײן אױך נאָכגעלאָפֿן דעם שד"ר. װען האָט מען געזען אין ראַדאָשיץ אײנעם פֿון יענע מקומות? ...